Description
Description
א שטילע ווינטערדיגע פרייטאג - צונאכטס אין שטאט טשערנאביל ... א רוסישער פראסט באנעמט דעם גאנצן ארום ... אלע גאסן זענען איינגעהילט אין ווייסן שניי , קאלטע ווינטן בלאזן פון אלע זייטן און קיין לעבעדיג נפש זעט זיך נישט אויפן האריזאנט . עס שיינט ווי די גאנצע שטאט איז איינגעזונקען אין א טיפן שלאף ... מיטאמאל , אין א ווינקל פון א שטיל געסל , הערן זיך פראסטע לאכערייען , ווילדע שרייערייען ... ווער זענען די שיכורים וואס שטערן די נאכט שטילקייט ? ווער פרובירט אויפצואוועקן טשערנאביל פון איר שלאף ? ! ..
אבער ניין , טשערנאביל איז דאן נישט געשלאפן .. !
אין צענטער פון שטאט , אינעם בית - המדרש פונעם הייליגן מאור - עינים זי"ע , הערשט אצינד א לעכטיקייט , א וואכזאמקייט . פילע אידן זענען פארזאמלט און דערווארעמען זייערע נשמות און גלידער ביים הייליגן פרייטאג - צונאכטס טיש . זי שפירן נישט קיין קעלט , קיין שניי און קיינע ווינטן ... זי הערן נישט קיינע לאכערייען און שרייעריען ... נאר זיי טרינקען מיט דארשט די הייליגע זיסע רייד פונעם צדיק הדור און דערהייבן זיך צום באשעפער מיט א פלאמפייער . אה , מעין עולם הבא !
און " דאס " האט זיי אזוי געשטערט .... !
דאס איז געווען א דארן אין אויג פאר די בייזוויליגע רשעים , דאס האט אונטערגעצונדן זייער ברענענדיגע שנאה און דערפאר האבן זײ באשלאסן אים ח"ו אפצורוימען פון וועג ...
דער גלח , דער ריכטער און דער " צאר " אליין איז אויף זייער זייט . דאס געריכט האט שוין באשטעטיגט דעם גרויזאמען אורטייל און אלעס פארט ווי געשמירט ...
אבער אין דער לעצטער רגע פאסירט עפעס אומגעראכטן ...
באגלייט פונדערנאנט די אטעם - פארכאפנדע מעשה !
א שטורמישע געשיכטע , העכסט - דראמאטיש געשילדערט!
Specifications
Specifications
-
Cover
Reviews (0)
Reviews (0)
Payment & Security
Payment methods
Your payment information is processed securely. We do not store credit card details nor have access to your credit card information.