Look Inside
Misc  |  וואלפבערג, ר' מתתיהו  |  SKU: 167873

אשטימע פון יענער וועלט

£30.93
Shipping calculated at checkout.

Select Registry

    Added to

    View

    Description

    בנימין באמערקט אז זיין מאטראץ ליגט נישט אזוי פונקט אויפ'ן פלאץ. מעגליך אז דאס איז וואס עס מאכט אים אזוי אומבאקוועם צו ליגן אויפ'ן בעט. ער הייבט אביסל אויף דעם מאטראץ, און עס ווערט אים פלוצלינג שווארץ פאר די אויגן. אזוי שווארץ, אז ער האט עס געמוזט שנעל אראפלאזן און זיך אוועקזעצן אויף דעם אנטקעגנדיגן בעט צו ווארטן א וויילע דער שטארקער שווינדל זאל אריבערגיין. אהה... - נעמט באמבען אין זיין קאפ דער פארשטאנד מיט גרויס ווייטאג. – זי, רייזעלע, איז טאקע זייער קלוג. נישט קלוג, נאר כיטריש, אזא כיטרישקייט וואס פאסט פאר... יא, פאר א פארברעכער וואס זוכט צו באהאלטן זיין פארברעכן... זי האט ווייזט אויס פארדעכטיגט אז איך האב געזען אז זי באהאלט עפעס שנעל ווען איך בין אריין אין צימער, און פארשטאנען אז איך וועל טרעפן א געלעגנהייט אויפצוזוכן וואס זי האט באהאלטן. און גלייך אויך פארשטאנען וואו איך וועל זוכן, די ערשטע זאך ביי איר בעט אונטערן דעק און אונטערן קושן און אפשר אויך אונטערן מאטראץ. ניין, דארט טאר מען נישט באהאלטן דאס וואס איך, איר מאן, טאר נישט זען און אפילו נישט פארדעכטיגן אז עס עקזיסטירט. אין שאפע באהאלטן איז אויך נישט גוט, איך נעם דאך אלץ ריינע וועש, א ריינעם האנטוך, איך קען זיך נאך אנטרעפן אין דעם. אויב אזוי, וואו איז דער זיכערסטער ארט וואו איך וועל זיכער נישט זוכן? יא, אונטער מיין אייגענעם מאטראץ... נישטא וואס צו דעדן. עס איז ממש א גאונ'ישער באהעלטעניש ארט... וואס אזוי שרעקליך האט זיך דארט באהאלטן אונטערן מאטראץ, און וואס איז געווען דער באדייט דערפון וואס האט זיך געצויגן נאך יארן שפעטער?.... "א שטימע פון יענער וועלט" - איז דער 11-ער בוך פון ע. וואלערשטיין, וואס ווער עס האט געליינט די פריערדיגע ביכער "פון ביידע עקן וועלט", "צוויי ברידער", "פון אונטער די מאסקע", "צוריסענע שפורן", "דער געהיימעניס צווישן די בערג", "שטריקן פון גאלד" און "פארהוילן און פארדעקט" און נאך און נאך - האט שוין זיכער באוואונדערט דעם מייסטערהאפטן אופן, אין וועלכן עס ווערט קאמבינירט אין די ביכער, סיי געפיל, סיי שפאנונג - און דער עיקר: א טיפע לערע, וואס באגלייט אויפ'ן גאנצן לעבן...

    Specifications

    • Author
      וואלפבערג, ר' מתתיהו
    • Cover
      Hardback

    Reviews (0)

    Payment methods

    Your payment information is processed securely. We do not store credit card details nor have access to your credit card information.

    Pictures

    Pictures are for illustrative purpose only. Actual items may differ from the one displayed

    Misc

    אשטימע פון יענער וועלט

    £30.93
    בנימין באמערקט אז זיין מאטראץ ליגט נישט אזוי פונקט אויפ'ן פלאץ. מעגליך אז דאס איז וואס עס מאכט אים אזוי אומבאקוועם צו ליגן אויפ'ן בעט. ער הייבט אביסל אויף דעם מאטראץ, און עס ווערט אים פלוצלינג שווארץ פאר די אויגן. אזוי שווארץ, אז ער האט עס געמוזט שנעל אראפלאזן און זיך אוועקזעצן אויף דעם אנטקעגנדיגן בעט צו ווארטן א וויילע דער שטארקער שווינדל זאל אריבערגיין. אהה... - נעמט באמבען אין זיין קאפ דער פארשטאנד מיט גרויס ווייטאג. – זי, רייזעלע, איז טאקע זייער קלוג. נישט קלוג, נאר כיטריש, אזא כיטרישקייט וואס פאסט פאר... יא, פאר א פארברעכער וואס זוכט צו באהאלטן זיין פארברעכן... זי האט ווייזט אויס פארדעכטיגט אז איך האב געזען אז זי באהאלט עפעס שנעל ווען איך בין אריין אין צימער, און פארשטאנען אז איך וועל טרעפן א געלעגנהייט אויפצוזוכן וואס זי האט באהאלטן. און גלייך אויך פארשטאנען וואו איך וועל זוכן, די ערשטע זאך ביי איר בעט אונטערן דעק און אונטערן קושן און אפשר אויך אונטערן מאטראץ. ניין, דארט טאר מען נישט באהאלטן דאס וואס איך, איר מאן, טאר נישט זען און אפילו נישט פארדעכטיגן אז עס עקזיסטירט. אין שאפע באהאלטן איז אויך נישט גוט, איך נעם דאך אלץ ריינע וועש, א ריינעם האנטוך, איך קען זיך נאך אנטרעפן אין דעם. אויב אזוי, וואו איז דער זיכערסטער ארט וואו איך וועל זיכער נישט זוכן? יא, אונטער מיין אייגענעם מאטראץ... נישטא וואס צו דעדן. עס איז ממש א גאונ'ישער באהעלטעניש ארט... וואס אזוי שרעקליך האט זיך דארט באהאלטן אונטערן מאטראץ, און וואס איז געווען דער באדייט דערפון וואס האט זיך געצויגן נאך יארן שפעטער?.... "א שטימע פון יענער וועלט" - איז דער 11-ער בוך פון ע. וואלערשטיין, וואס ווער עס האט געליינט די פריערדיגע ביכער "פון ביידע עקן וועלט", "צוויי ברידער", "פון אונטער די מאסקע", "צוריסענע שפורן", "דער געהיימעניס צווישן די בערג", "שטריקן פון גאלד" און "פארהוילן און פארדעקט" און נאך און נאך - האט שוין זיכער באוואונדערט דעם מייסטערהאפטן אופן, אין וועלכן עס ווערט קאמבינירט אין די ביכער, סיי געפיל, סיי שפאנונג - און דער עיקר: א טיפע לערע, וואס באגלייט אויפ'ן גאנצן לעבן...
    View product
    Lehmanns

    Our store will be back online in
    00
    DAYS
    :
    00
    HRS
    :
    00
    MINS
    :
    00
    SEC
    We will reopen at.